ה'רנ"ב
מראה
ה'רנ"ב (5252) – אדער אין קורצן רנ"ב – איז א יידיש יאר, וואס האט זיך אָנגעהויבן א' תשרי: דעם אוונט פארן 5טן סעפטעמבער, 1491, און עס האט זיך פֿאַרענדיקט כ"ט אלול: 21סטן סעפטעמבער, 1492. ה'רנ"ב איז אן עיבור יאר (מיט צוויי חדשים אדר: אדר א' און אדר ב') מיטן קביעות בחה, וואס איז לאנג 383 טאג. דאס איז דאס צווייטע יאר צו שמיטה.
געשעענישן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ג' ניסן - האבן פערדינאנד דער צווייטער, מלך פון אראגאן, און זיין ווייב איזאבעלא די ערשטע, קעניגין פון קאסטיליע ארויסגעגעבן א באפעל וועגן גירוש ספרד.
- ז' אב - גירוש ספרד: די לעצטע דאטע וואס יידן זענען געווען דערלויבט צו בלייבן אין די קעניגרייכן פון קאסטיליע און אראגאן אן זיך צו שמד׳ן.
- ט' אב - די שיפן פון קריסטאפער קאלומבוס זענען ארויסגעפארן אויף א רייזע אין "אינדיע" מיט א מאנשאפט וואס זענען געווען א טייל יידן.
געבוירן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נפטר געווארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קאלענדאר
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פֿאָלגנדיק איז אַ קאָמבינירטער יידיש - יוליאנישער קאלענדאר. אין יעדן טאג-קעסטל :- איינער אדער צוויי אותיות וואס באצייכענען דעם טאג אינעם יידישן חודש, און א נומער וואס באצייכנט דעם טאג אינעם יוליאנישן מאנאט.
די טעג װאָס זײַנען אָנגעװיזן מיט אַ באַזונדערן קאָליר, באַצײכענען ייִדישע פֿײַער־טעג און יום־טובֿים (אונטן איז דער אָנװײַז).
►► | ה'רנ"ב | ◀◀ |
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
צום באמערקן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – בחה יאר
- א יאר מיט קביעות בחה און 383 טעג
- אן עיבור יאר מיט צוויי אדרים
- חשון און כסלו זענען ביידע חָסר, מיט 29 טעג.